Friday, May 19, 2006

מזל טוב!

מזל טוב! איך בין א חתן געוואָרן!

Monday, April 24, 2006

דברים של טעם

?ווי ראַטעוועט מען היינטיקע בחורים
אַנשטאָט צוהערן זיך צו דער געוויין פון זייערע נשמות, וואַרפן אונזערע מנהלים אַרויס בחורים און מיידלעך פון ישיבות און סעמינאַרן אויף רעכטס און אויף לינקס

פון ישראל קראַסניאַנסקי / אַלגעמיינער זשורנאַל

עס איז שוין מער נישט קיין סוד אַז טויזנטער אידישע קינדער פון רעליגיעזע משפחות פאַרלאָזן יעדן יאָר דעם אידישן דרך, דעם דרך התורה והמצווה.
טראָץ דעם איז אונזער חינוך סיסטעם דער זעלבער, עס האָט זיך גאָרנישט געביטן. אַמאָל הערט מען עפעס אַרוף צו אַ חשבון הנפש, אָבער דער רוף ווערט גלייך פאַרשטיקט דורך אַ “סיסטעם” וועלכער גייט אָן תמידים כסדרם טראָץ דעם שרעקלעכן דורכפאַל פון אונזער ערציאונגס-סיסטעם.
צו זיין א יוגענטלעכער, אָדער ווי מ’רופט עס אָן, צו זיין אַ “טין-איידזשער” איז נישט גרינג. די “טין-איידזש” יאָרן זענען אין אַ געוויסע מאָס די שווערסטע יאָרן אין לעבן. די נשמה וואַקלט זיך, דער מוח דרייט זיך, די האַרץ קווענקלט, דער בחור געפינט זיך אָפט אין אַן עמאָציאָנעלן און גייסטיקן תהו ובהו. ער ווייסט נישט ווער ער איז און וואָס ער דאַרף מאַכן פון זיך. ער זוכט זיך אַליין, אָפט מיט ליכט.
דאָס זענען אויך די יאָרן ווען דער יוגנטלעכער דערוויסט זיך וועגן אַ וועלט וואָס דער זוהר רופט אָן “עלמא דשיקרא”. דער יונגער בחור אָדער מיידל הויבט אָן געוואויר ווערן וועגן די תאוות פון עולם הזה און די נסיונות פון דעם עולם השקר. ער אָדער זי דאַרף מאַכן אַ באַשלוס אין וועלכן דרך גייט מען. אין דער דאָזיקער תקופה קומט יעדער בחור און מיידל צו דעם גרעסטן שיידוועג פונעם לעבן. די שיידוועג איז פול מיט גערויש, צעטומלונג, און אומזיכערקייטן. פון דעם שיידוועג קען דער יוגנטלעכער קלייבן מערערע פאַרשידענע דרכים אין לעבן.
זענען מיר, עלטערן און מחנכים, מסוגל צו שענקן די קינדער אַ קלאָרן “ראוד מאַפ” און אַ קלאָרן פאַרשטאַנד, וואו זיי גייען? וואָס זענען די קאָנסעקווענצן פון זייערע מעשים, אָדער מיט טראַכטן בלויז ווי צו פאַרזיכערן אַז זיי פאַסן זיך אַריין מיט די “גוטע בחורים” אין דער ישיבה, אַן אַ פאַרשטאַנד בכלל פון זייערע אינערלעכע געראַנגעלנישן און שטרייטן?
צו אַוועקשטעלן אַ קינד אויף די וועגן פון תורה און מענטשלעכקייט, פאָדערט זיך אַן אָפענער ליין פון קאָמוניקאַציע צווישן עלטערן און זייערע קינדער. דאָס פעלט ג8אר שטאַרק. עלטערן ווייסן נישט ווי צו ריידן צו זייערע קינדער, און קינדער פילן נישט אַז זיי קענען עפענען זייערע הערצער צו זייערע עלטערן. דאָס איז אַ טראַגעדיע: עס שעדיקט און צעטרייסלט אַ דור נאָך אַ דור.
עלטערן מוזן זיך אויסלערנען ווי צו שאַפן וואַרעמע, טיפע און געזונטע קאָנטאַקטן צווישן זיך מיט די קינדער. זיי דאַרפן באַגרייפן די אחריות וועלכע ליגט אויף זיי: זיי וועלן פאָרמירן די וועלט פון זייער יוגנט.
אין צוגאָב: עלטערן און מחנכים מוזן אָנהויבן אויפבויען אונזער יוגנט’ס זעלבסט זיכערקייט. מען דארף זיי לאַזן וויסן ווי גרויס זענען זייערע מעגלעכקייטן, וויפיל די וועלט דאַרף זיי האבן און ווי טייער זייער לעבן איז. מען דאַרף אין זיי איינקאַרבן דעם געפיל אַז דער רבונו של עולם, כביכול, וויל האָבן אַן אינטימען, פּערזענלעכע און אמתע באַציאונג מייט יעדן איינעם פון זיי. מען מוז זיי געבן דעם געפיל אַז ווען זיי דאַוונען אָדער לערנען זענען זיי מסוגל שטיין “נוכח פני השם”. מען מוז זיי געבן צו פאַרשטיין אז יעדער איינער פאַרמאָגט אַ חשיבות וואָס קיין אַנדער מענטש אויף דער וועלט פאַרמאָגט נישט.
ווידער, עלטערן און מחנכים דאַרפן מאַכן צייט פאַר די קינדער און די תלמידים. און מען מוז געפינען די צייט צו אָנווייזן זיי, מיט ליבשאַפט, אויף זייערע פעלערן בכדי זיי זאָלן לערנען פון זיי. וואָס איז דער מיין פון אַ פעלער ווען נישט צו לערנען עפעס פון דעם. פאַרוואָס האָבן מיר מורא פון פעלערן ביי קינדער? אדרבה, מען דאַרף זיי אויסנוצן אַלס אַ מיטל אין חינוך.
וויפל יוגנטלעכע וואס זיינען אַראָפ פון דרכי התורה וואָלטן געהאַט אַ בעסערן יחס צו יהדות ווען די עלטערן וואַרפן זיי נישט אַרויס פון דער היים אין גאַס?
און וואָס איז מיט אונזערע ישיבות? בשעת אַ בחור פּאַסט זיך נישט אַריין אין די ראַמען פון אַ ישיבה, וואַרפט מען אים גלייך אַרויס, אַנשטאָט צו פאַרשטיין וואָס טוט זיך אין זיין פנימיות הנפש. ווער זאָגט עס אַז צו מחנך זיין אַ נייעם דור דאַרף אָנקומען גרינג? מען דאַרף זיך איבערגעבן צו דער אַרבעט און נישט אַרויסוואַרפן יעדן בחור וועלכע האָט נישט פּינקטלעך אויסגעפירט אונזערע דערוואַרטונגען.
דער פינפטער ליובאַוויטשער רבי, כ”ק אדמו”ר ר’ שלום בער שניאורסאָהן זצ”ל, האָט אַמאָל באַפוילן זיינע חסידים: “אָט אַזוי ווי הנחת תפילין בכל יום איז אַ מצוה דאורייתא אויף יעדן אידן... אַזוי איז א חוב גמור אויף יעדן אידן צו טראכטען יעדען טאג אַ האלבע שעה וועגען דעם חנוך פון קינדער, און טאן אלץ, וואס עס איז בכחו צו טאן און יתר מכפי כחו, זען פועל זיין ביי די קינדער אז זיי זאלען גיין אין דעם דרך וואס מען איז זיי מדריך.”
מען מעג זיך צוהערן צו דעם רבינ’ס ווערטער. 30 מינוט אַ טאג מוז מען טראַכטן וועגן חינוך. פאַרוואָס? ווייל חינוך מיינט נישט צו אָנפאַטשן אַ קינד, אָדער צו אַרויסוואַרפן אַ בחור פון ישיבה. חינוך מיינט צו צוטראָגן זיך צו דער אינערלעכער וועלט פון דעם מחונך און פאַרשטיין ווי מען קען אין אים אדער איר איינקריצן די יסודות פון תורה און מצוות.
מען מוז בייטן אונזער גאַנצן סיסטעם. מיר דאַרפן מקרב זיין די יוגנט מיט אהבה און אחוה. מיט ליבשאַפט און געדולד. דער “חנוך לנער” מוז זיין דווקא “על פי דרכו”, לויט דעם אינדיווידועלן כאַראַקטער פון דעם קינד. מיר דאַרפן העלפן אונזערע בחורימלעך פאַרשטיין אַז לא בשמים היא, זיי מיט זייערע כשרונות און נשמות קענען מצליח זיין ווייטער אויסטרעטן דעם “דרך השם”.

*)
ישראל קראַסניאַנסקי איז אַ ישיבה-בחור וועלכער לערנט אין אַ ישיבה אין פאָרטלאָרידייל, פלאָרידאַ

Friday, February 10, 2006

ישיבישע פראבלעמען

כבוד אהובי, קוראים היקרים שיחיו,
זייענדיג אַ יונג בחור'ל, אינגאַנצן 17 יאָר אַלט, פּלאַן איך נישט אָנצופירן מיט אַ בלאָג אַרויסצוגעבן פאַר'ן פּובליקום מיינע מיינונגען און באַטראַכטונגען אויף די פאַרשידענע געשעענישן וועלכע קומען כסדר פאָר אויף אונזער וועלט. וואָס איך וועל – און דאַרף, לפענ"ד – טון, איז אַביסל איבערצוגעבן פאַר'ן ציבור וואָס עס קומט אַלס פאָר אין אונזערע הייליגע ישיבות, הויפּטזעכליך בנוגע דעם מידת היסוד.
ס'איז בעצם איצט זמנא קא גרים אין די "ימי השובבים", וועלכע זענען לויט'ן אר"י הק' מסוגל אויף תשובה וחרטה אויף די שרעקליכע עבירות, אויף וועלכע דער זוהר הק' שרייבט אַז עס העלפט נישט קיין תשובה ר"ל, אויפצודעקן דעם אזוי-טיף איינגעראָבענעם פּראָבלעם, פון וועלכע מ'פאַרהוילט זיך אינגאַנצן ווי כאילו זיי וואָלטן נישט עקזיסטירט ביים מענטשליכן מין.
ווי פאַשטענדליך קען איך נישט אַרויסגעבן וואו און אין וועלכער ישיבה איך לערן, אָבער דאָס קען איך אייך פאַרזיכערן אַז איך בין אָנגענומען אַלס איינער פון די בעסטע בחורים, וועלכער זענען זיך מיגע אויף תורה מבוקר עד הערב. און מיינט נישט אַז ס'איז ווייט פונעם מציאות אָדער איבערגעטריבן, למען האמת איז עס טאַקע אַזוי, איך בין אַ היבשער מתמיד און איך האָב מיר שוין פאַרהערט הונדערטער בלעטער גפ"ת בעל פּה. אָבער ווי ס'איז קענטיג פון צווישן מיינע שורות, בין איך נישט מקיים דעם תמים תהי', און ס'ווירבלען ביי מיר אין קאָפּ פאַרשידענע האַרבע פראַגעס. וואָס איך וויל איצט אַדרעסירן איז, ווי געזאָגט, דעם ווייטפאַרשפּרייטן פּראָבלעם פון האָמאָסעקסואַלע אַקטיוויטעטן בין עמודי דגירסא, פון וועלכע די מנהלים און ראשי ישיבות פאַרהוילן זיך.
דער איינציגסטער וועג וויאַזוי צו ברענגען דעם ענין אויפ'ן אויבערפלאַך, וועט איר מוזן מודה זיין צו מיר, איז נאָר דורך אַרויפשטעלן אויפ'ן נעץ, אַז ס'זאָל זיין דערגרייכבאַר לכל מאן דבעי למידע.
איך פערזענליך האָב געהאַט, דערווייל, זיבן בחורים וועלכע האָבן מיר סעקסואַל באַלעסטיגט (יעדער פון זיי אַ סך מאָל), אָנגעפאַנגען פון מיין ערשטן יאָר אין ישיבה קטנה, ביז נעכטן ביינאַכט.
איי וועט איר פרעגן פאַרוואָס האָב איך נישט געהויבן מיינע פיס און געגעבן אַ דזשאָכע פאַר דעם מנוול? אַ גוטע פראַגע. אָבער דער פאַקט איז, און אַזוי האָבן מיר אויך געזאָגט אַנדערע וועלכע האָבן געהאַט אַזעלכע "ליבהאָבערס", אַז בשעת ס'קומט צו צו אַזאַ מעשה, ווען דער חזיר על שני רגליים פאַנגט אָן צו קעמען מיט די פינגער דעם זקן התחתון, ווערן אלע חושים פאַרגליווערט, און דער כח הדיבור פאַראַליזירט, און ס'איז נישט מעגליך צו עפענען דאָס מויל. ווי אויך דאַרפט איר פאַרשטיין, אז דער מפותה האָט אויך אַ יצר הרע, און ווען זיין בלוט שטראָמט אַריין אין זיין אבר, און ס'פאַנגט זיך אָן די פיזילאָגישע פּעולות, איז גאָר שווער זיך קעגנצושטעלן אַ בחור'ל וועלכער רוימט אַריין אין אויער "איי לאָוו יו".

איז אַזוי, איך וואַרט אויף דער רעאַקציע פון די לייענער. לויט אייער באַשטעטיגונג וועל איך ממשיך זיין מיט דעם פּראָיעקט, און אויפדעקן דעטאַליזירט וואָס עס קומט פאָר אין דער עולם הישיבות. און אודאי אויב זענט איר דערקעגן, אויב וועט איר איבערלאָזן אַ לאָגישער אויפקלערונג-קאָמענטאַר, וועל איך מיר רעכענען דערמיט.
*************************